Welcome to MyBunny.TV - Your Gateway to Unlimited Entertainment!

Enjoy 6,000+ Premium HD Channels, thousands of movies & series, and experience lightning-fast instant activation.
Reliable, stable, and built for the ultimate streaming experience - no hassles, just entertainment!

MyBunny.TV – Cheaper Than Cable • Up to 35% Off Yearly Plans • All NFL, ESPN, PPV Events Included 🐰

Join the fastest growing IPTV community today and discover why everyone is switching to MyBunny.TV!

Start Watching Now
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Shtiler, Shtiler - שטילער,שטילער

שטילער, שטילער, לאָמיר שװײַגן
קבֿרים װאַקסן דאָ
ס´האָבן זײ פֿאַרפֿלאַנצט די שׂונאים:
גרינען זײ צום בלאָ...
ס´פֿירן װעגן צו פּאָנאַר צו
ס´פֿירט קײן װעג צוריק
איז דער טאַטע װוּ פֿאַרשװוּנדן
און מיט אים דאָס גליק...
שטילער, קינד מײַנס, װײן ניט, אוצר
ס´העלפֿט ניט קײן געװײן;
אונדזער אומגליק װעלן שׂונאים
סײַ װי ניט פֿאַרשטײן
ס´האָבן ברעגעס אױך די ימען
ס´האָבן תּפֿיסות אױכעט צאַמען
נאָר צו אונדזער פּײַן
קײן ביסל שײַן
קײן ביסל שײַן...

פֿרילינג אױפֿן לאַנד געקומען, –
און אונדז האַרבסט געבראַכט
איז דער טאָג הײַנט פֿול מיט בלומען, –
אונדז זעט נאָר די נאַכט
גאָלדיקט שױן דער האַרבסט אױף שטאַמען, –
בליט אין אונדז דער צער;
בלײַבט פֿאַריתומט װוּ אַ מאַמע -
ס´קינד גײט אױף פּאָנאַר
װי די װיליע אַ געשמידטע –
ט´אױך געיאָכט אין פּײַן, –
ציִען קריִעס אײַז דורך ליטע
איצט אין ים אַרײַן
ס`װערט דער חושך װוּ צערונען
פֿון דער פֿינצטער לײַכטן זונען –
רײַטער קום געשװינד, –
דיך רופֿט דײַן קינד
דיך רופֿט דײַן קינד
דיך רופֿט דײַן קינד
שטילער, שטילער, ס´קװעלן קװאַלן
אונדז אין האַרץ אַרום
ביז דער טױער װעט ניט פֿאַלן
זײַן מיר מוזן שטום
פֿרײ ניט, קינד, זיך, ס´איז דײַן שמײכל
איצט פֿאַר אונדז פֿאַרראַט
זען דעם פֿרילינג זאָל דער שׂונא
װי אין האַרבסט אַ בלאַט
זאָל דער קװאַל זיך רויִק פֿליסן
שטילער זײ און האָף...
מיט דער פֿרײַהײט קומט דער טאַטע
שלאָף זשע, קינד מײַנס, שלאָף
װי די װיליע אַ באַפֿרײַטע
װי די בײמער גרין-באַנײַטע
לײַכט באַלד פֿרײַהײַטליכט
אױף דײַן געזיכט, אױף דײַן געזיכט