Welcome to MyBunny.TV - Your Gateway to Unlimited Entertainment!

Enjoy 6,000+ Premium HD Channels, thousands of movies & series, and experience lightning-fast instant activation.
Reliable, stable, and built for the ultimate streaming experience - no hassles, just entertainment!

MyBunny.TV – Cheaper Than Cable • Up to 35% Off Yearly Plans • All NFL, ESPN, PPV Events Included 🐰

Join the fastest growing IPTV community today and discover why everyone is switching to MyBunny.TV!

Start Watching Now
Hava Alberstein - חוה אלברשטיין
Unter Daine Vaine Shteren - אונטער דיינע וויסע שטערן

אונטער דיינע ווייסע שטערן
שטרעק צו מיר דײן ווײסע האנט
מיינע ווערטער זענען טרערן
ווילן רוען אין דיין האנט

זע עס טונקלט זייער פינקל
אין מײן קעלערדיקן בליק
און איך האב גארניט קיין ווינקל
זײ צו שענקען דיר צוריק
און איך האב גארניט קיין ווינקל
זײ צו שענקען דיר צוריק

און איך וויל דאך גאט מײן געטרייער
דיר פארטרויען מײן פארמעג
ווײל עס מאנט אין מיר א פייער
און אין פייער מײנע טעג

נאר אין קעלערן און לעכער
ווײנט די מערדערישע רו
לויף אין העגער איבער דעגער
און איך זוך װו ביסטו װו??
לויף אין העגער איבער דעגער
און איך זוך װו ביסטו װו??

נעמען יאגן מיך משונה
טרעפ און הויפן מיט געװוי
הענג איך א געפלאצט סטרונע
און איך זינג צו דיר אזוי׃
אונטער דיינע ווייסע שטערן
שטרעק צו מיר דיין ווייסע האנט
מיינע ווערטער זיינען טרערן
ווילן רוען אין דיין האנט
מיינע ווערטער זיינען טרערן
ווילן רוען אין דיין האנט

אונטער דיינע ווייסע שטערן
שטרעק צו מיר דײן ווײסע האנט
מיינע ווערטער זענען טרערן
ווילן רוען אין דיין האנט

זע עס טונקלט זייער פֿינקל
אין מײן קעלערדיקן בליק
און איך האב גארניט קיין ווינקל
זײ צו שענקען דיר צוריק
און איך האב גארניט קיין ווינקל
זײ צו שענקען דיר צוריק